Russia is waging a disgraceful war on Ukraine.     Sta achter Oekraïne!
Deel
Lettertypegrootte
Originele teksten

שטיל די נאכט איז אױסגעשטערנט songtekst

שטיל די נאכט איז אױסגעשטערנט
און דער פֿראָסט האַט שטאַרק געברענט
צו געדענקסטו װי איך האָב דיך געלערנט,
האַלטן אַ שפײַער אין די הענט.
 
אַ מױד, אַ פעלצל און אַ בערעט,
און האַלט אין האַנט פֿעסט אַ נאַגאַן,
אַ מױד מיט אַ סאַמעטענעם פנים,
היט אָפּ דעם שונאס קאַראַװאַן.
 
געצילט, געשאָסן און געטראָפֿן,
האָט איר קלײנינקער פיסטױל,
אַן אױטאָ אַ פֿולינקע מיט װאָפֿן
פֿאַרהאַלטן האָט זי מיט אײן קױל.
 
פֿאַר טאָג פֿון װאַלד אַרױסגעקראָכן,
מיט שנײ גירלאַנדן אױף די האָר,
געמוטיקט פֿון קלײנינקן ניצחון,
פֿאַר אונדזער נײַעם פֿרײַען דור
 

 

Vertalingen van "שטיל די נאכט איז ..."
Duits #1, #2
Hirsch Glick: Top 3
Gegeven reacties