-
יאנקעלע
Также исполняет: Mordechai Gebirtig- •
✕
Запрошена проверка
Оригинальный текст
1 перевод
текст песни יאנקעלע
שלאָף זשע מיר שוין יאַנקעלע מייַן שיינער
די אייגעלעך די שוואַרצינקע מאַך צו
אַ ייִנגעלע וואָס האָט שוין אַלע ציינדלעך
מוז נאָך די מאַמע זינגען אייַ־ליו־ליו?
אַ ייִנגעלע וואָס האָט שוין אַלע ציינדלעך
מוז נאָך די מאַמע זינגען אייַ־ליו־ליו?
אַ ייִנגעלע וואָס האָט שוין אַלע ציינדלעך
און וועט מיט מזל באַלד אין חדר גיין
און לערנען וועט ער חומש און גמרא
זאָל וויינען ווען די מאַמע וויגט אים אייַן?
און לערנען וועט ער חומש און גמרא
זאָל וויינען ווען די מאַמע וויגט אים אייַן?
אַ ייִנגעלע וואָס לערנען וועט גמרא
אָט שטייט דער טאַטע קוועלט און הערט זיך צו
אַ ייִנגעלע וואָס וואַקסט אַ תּלמיד־חכם
לאָזט גאַנצע נעכט דער מאַמען נישט צורו?
אַ ייִנגעלע וואָס וואַקסט אַ תּלמיד־חכם
לאָזט גאַנצע נעכט דער מאַמען נישט צורו?
אַ ייִנגעלע וואָס וואַקסט אַ תּלמיד־חכם
און אַ געניטער סוחר אויך צוגלייַך
אַ ייִנגעלע אַ קלוגער חתן־בחור
זאָל ליגן אַזוי נאַס ווי אין אַ טייַך?
אַ ייִנגעלע אַ קלוגער חתן־בחור
זאָל ליגן אַזוי נאַס ווי אין אַ טייַך?
נו, שלאָף זשע מיר מייַן קלוגער חתן־בחור
דערווייַל ליגסטו אין וויגעלע בייַ מיר
ס׳וועט קאָסטן נאָך פֿיל מי און מאַמעס טרערן
ביזוואַנען ס׳וועט אַ מענטש אַרויס פֿון דיר
ס׳וועט קאָסטן נאָך פֿיל מי און מאַמעס טרערן
ביזוואַנען ס׳וועט אַ מענטש אַרויס פֿון דיר
✕
Спасибо! ❤ | ||
Благодарности: 3 |
Thanks Details:
Пользователь | Прошло времени |
---|---|
Гость | 1 год 5 месяцев |
Гости поблагодарили 2 раз
Добавлено hairy_fairy в 2017-10-28
В последний раз исправлено maluca в 2021-09-04
Переводы "יאנקעלע (Yankele)"
Chava Alberstein: Топ 3
1. | רקמה אנושית אחת (Rikma enoshit echad) |
2. | חַד גַדְיָא (Had Gadia) |
3. | די גאָלדענע פּאווע (Die goldene Pave) |
Комментарии
- Войдите или зарегистрируйтесь, чтобы получить возможность отправлять комментарии
Россия ведет позорную войну с Украиной. Поддержи Украину!
Израиль: Топ 7
Omer Adam Mizrahi, Pop, Pop-Folk | |
Eyal Golan Mizrahi, Folk | |
Ishay Ribo Religious | |
Ness & Stilla Hip-Hop/Rap | |
Hanan Ben Ari Pop | |
Yasmin Levy Flamenco, Mizrahi | |
Yagel Oshri Mizrahi, Pop |