Русия води позорна война срещу Украйна.     Бъдете с Украйна!
  • Chava Alberstein

    ווער דער ערשטער וועט לאכן

Споделяне
Размер на шрифта
Оригинален текст

Текст на „ווער דער ערשטער וועט לאכן“

כ'וועל זיכער אברהמל דער
ערשטער נישט לאכן
איך וועט זיך מעגסט ווי נאך זיך וויצלען
כ'וועל נעמען אין זינען מיר טרויעריקע זאכן
נו מעגסטו אפילו מיך קיצלען
איך וועט זיך מעגסט ווי נאך זיך וויצלען
כ'וועל נעמען אין זינען מיר טרויעריקע זאכן
נו מעגסטו אפילו מיך קיצלען.
 
וועסט לאכן איך וועט זיך
וועסט שלמהלע שוין לאכן
איך האב א מיטל גאר א וווילע זאך
מעגסט האבן זיך אין זינען
די טרויעריקסטע זאכן
וועט מוזן זיין ביי דיר דער ערשטער לאך
מעגסט האבן זיך אין זינען
די טרויעריקסטע זאכן
וועט מוזן זיין ביי דיר דער ערשטער לאך.
 
דאס ערשטע, אברהמל, נעם איך מיר אין זינגען
מיין ארעמען טאטן דעם שוואכן
וואס זוכט ארום ארבעט און קען נישט געפינען
נו וועט זיך מיר גלוסטן צו לאכן
וואס זוכט ארום ארבעט און קען נישט געפינען
נו וועט זיך מיר גלוסטן צו לאכן.
 
וועסט לאכן איך וועט זיך
וועסט שלמהלע פארשפילן
איך האב א מיטל גאר א וווילע זאך
כ'וועל מיאוקען ווי א קעצל
און ווי א הינטל בילן
וועט מוזן זיין ביי דיר דער ערשטען לאך
כ'וועל מיאוקען ווי א קעצל
און ווי א הינטל בילן
וועט מוזן זיין ביי דיר דער ערשטען לאך.
 
איך וועל זיך דערמאנען, כ'האב נעכטן אין חדר
די סדרה וואס גייט היינט פארגעסן
דער רבי, ער וויל נאר כ'זאל לערנען כסדר
ער וייסט נישט ווי מיר ווילט זיך עסן
די סדרה וואס גייט היינט פארגעסן
דער רבי, ער וויל נאר כ'זאל לערנען כסדר
ער וייסט נישט ווי מיר ווילט זיך עסן.
 
וועסט לאכן, איך וועט זיך
וועסט נישט זיין אזא שלעכטער
שטעל איין א קנעפל כ'שטעל אקעגן פיד
וועסט האלטן זיך די זייטן
און קייכן פון געלעכטער
דערזעענדיק וואס איך האב דא ביי מיר
וועסט האלטן זיך די זייטן
און קייכן פון געלעכטער
דערזעענדיק וואס איך האב דא ביי מיר.
 
און כ'וועל זיך דערם נען
דעם רבינס צארניק פנים
ווען ד'האט מיך גענומען פארהערן
נאך האב איך פון קאנטשיק פיל בלאע סימנים
געוויינט פון יסורים מיט טרערן
נאך האב איך פון קאנטשיק פיל בלאע סימנים
געוויינט פון יסורים מיט טרערן.
 
וועסט לאכן, וועסט לאכן
אהער גיב שוין דאס קנעפל
זע, שלמהלע, וואס איך האב דא פאר דיר
א זעמעלע מיט פוטער
און הערינג א פיין קעפל
אנו, זאג, שלומקע, ווער וועט לאכן פרייער
 
א זאמעלע מיט פוטער
און הערינג א פיין קעפל
כ'וועל מארגן ווידער וועטן זיך מיט דיר.
 

 

Преводи на „ווער דער ערשטער וועט...“
Коментари