דער באָל זעט דאָרט אױס פֿול גלאַנץ און פּראַכט
דאָרט זײַנען די רײַכסטע לײַט
די װירטין פֿון יעדן װערט געאַכט
איר שײנהײט צו זוכן איז װײַט
מיט פּערל, בריליאַנטן פֿון קאָפּ ביז די פֿיס
פֿון די בעסטע װאָס איז גאָר פֿאַראַן
איר שמײכל פֿול יוגנט איז ליב, איז זיס
װען זי אַרמט איר אַלטן מאַן
דאָך איז זי אַ פֿױגל אין אַ גאָלדן שטײַג
װײַל ניט אין קײן גאָלד ליגט גליק
די פֿױגל צו זען װינטשט אַ בױם, אַ צװײַג
די פֿרױ, אַ ליבענדעס בליק
גאַנץ עלנט איז זי אין איר רײַכע הױז
זי לײַדט און מאַכט אַ שװײַג
אין האַרץ דאָרטן טיף איז דער שמערץ, אָך גרױס
װי דאָס פֿױגל אין גאָלדן שטײַג
איר קומט אין אַ סטאָר, אין אַ גרױס געשעפֿט
ס'איז אַלעס גרױסאַרטיק רײַך
די הונדערטע מענטשן, דאָרט איר טרעפֿט,
די קאַסירערין מערקט איר גלײַך
אַ רום געצאַמט װי אין אַ שטיבעלע פֿײַן
זי זיצט און דאַרף קײן זאַך טאָן…
און די אַלע געלט װאָס די סטאָר טראָגט אײַן,
נאָר אין אירע הענט קומט עס אָן,
דאָך איז זי אַ פֿױגל אין אַ גאָלדן שטײַג
ניטאָ װאָס מקנא צו זײַן
זי איז פֿון פֿיל אַרמוט אַ גליד, אַ צװײַג,
און װײסט נאָר פֿון נױט און פּײַן
איר קראַנקע פֿאַמיליע ליגט צו הױז
זי לײַדט און מאַכט אַ שװײַג
אין האַרץ דאָרטן טיף איז דער שמערץ, אָך, גרױס
װי דאָס פֿױגל אין גאָלדן שטײַג
די ערד איז פֿײַן און מיט אַלעס רײַך,
און גוט איז זי איבעראַל
זי גיט די פּראָדוקטן פֿאַר אַלן גלײַך
מיר שעפּן װי פֿון אַ קװאַל
זי גיט אונדז דאָס לעבן, זי גיט אונדז קראַפֿט,
זי נעמט בײַ אונדז קײן געצאָלט.
מיר װינען פֿון איר אַרױס איר זאַפֿט
פֿון איר אױך מיר ציִען דאָס גאָלד
דאָך זײַנען מיר פֿײגלען אין אַ גאָלדן שטײַג
צום שפּילצײַג פֿאַר אײן מאַגנאַט
זיך נעמט ער אַלעס און גיט אונדז אַ פֿײַג
און מאַכט עס נאָך כּשר און גלאַט
מיר שקלאַפֿן, מיר בױען פֿאַר אים אַלץ אױס
מיר לײַדן און מאַכן אַ שװײַג
אין האַרץ דאָרטן טיף איז דער שמערץ, אָך, גרױס
װי דאָס פֿױגל אין גאָלדן שטײַג
Please note that the video contains only the 2nd and the 3d stanzas of the song
There are many daytchmerizmen in the song, e.g "armut" instead of "oremkeyt", "fir" (für) instead of "far", "herts" instead of "harts" and so on.