װען עס הײבט נאָר אָן צו טאָגן און די נאַכט גײט פֿאַרבײַ
אױף דעם הימל שװימען װאָלקען זיך אַרום
פֿורן מיר צוזאַמען פֿערדל איך און דו נאָר אין צװײ
לעצטע שטערן אױף דעם הימל אַלץ איז שטום.
אַזױ זענען מיר געפֿורן גאַנצע טעג יאָרן לאַנג
פֿון די קאָפּעטעס געשפּריצט געפֿינטם װײַט
שײנע צײַטן זענען שױן זײער גיך פֿאַרבײַ עס טוט באַנג
און װען איך קען דיך האָבן מיר זיך נישט צערשײט.
לױף, מײַן טײַער פֿערדעלע
שפּרינג, מײַן טײַער פֿערדעלע
בלײַב שטײען שטיל דאָ אין דער זײַט
לאַנגע יאָרן האָבן מיר
ס'בעסטע עסן גיב איך דיר װיו!
אַהײם עס איז שױן צײַט.
איך האָב דיך תָּמיד געקאָװעט מיט פּעדקאָװעס פֿון שטאָל
כ'האָב דײַן װאָגן אָפּגעפֿאַרבט מיט רײנעם לאַק
יעצט דער מעטראָ און מאַשינען פֿאָרן אױך באַרג און טאָל
כ'בין צערכישט פֿון פֿאָרד ציטראָען קאַדיללאַק
כ'װײס נישט װאָס איז דאָס געשענען פֿערדל זאָג מיר געשװינדט
די צײַטן האָבן אונדז צערנישט דעם גאַנצן אױך
ס'איז קײן פּלאַץ פֿאַר מיר און דיר נישטאָ, מײַן פֿערדל, אַצינד
נאָר פֿאַר די װאָס פֿון הינטן גײט אַ רױך
לױף, מײַן טײַער פֿערדעלע
שפּרינג, מײַן טײַער פֿערדעלע
בלײַב שטײען שטיל דאָ אין דער זײַט
לאַנגע יאָרן האָבן מיר
ס'בעסטע עסן גיב איך דיר װיו!
אַהײם עס איז שױן צײַט.
װען עס הײבט נאָר אָן צו טאָגן און די נאַכט גײט פֿאַרבײַ
אױף דעם הימל שװימען װאָלקען זיך אַרום
פֿורן מיר צוזאַמען פֿערדל איך און דו נאָר אין צװײ
לעצטע שטערן אױף דעם הימל אַלץ איז שטום.
אַזױ זענען מיר געפֿורן גאַנצע טעג יאָרן לאַנג
פֿון די קאָפּעטעס געשפּריצט געפֿינטם װײַט
שײנע צײַטן זענען שױן זײער גיך פֿאַרבײַ עס טוט באַנג
און װען איך קען דיך האָבן מיר זיך נישט צערשײט.
לױף, מײַן טײַער פֿערדעלע
שפּרינג, מײַן טײַער פֿערדעלע
בלײַב שטײען שטיל דאָ אין דער זײַט
לאַנגע יאָרן האָבן מיר
ס'בעסטע עסן גיב איך דיר װיו!
אַהײם עס איז שױן צײַט.
https://youtu.be/CaRhLl_K3yk
https://youtu.be/hpQbSSnKLXc