Russia is waging a disgraceful war on Ukraine.     Stand With Ukraine!
  • Dave Cash

    די שװיגער

Share
Font size
Original lyrics

די שװיגער lyrics

דער באָקסער, דזשאָ לויס, איז אַ מײַסטער אַ זיגער
ס'איז אַ קונץ װאָס ער האָט נישט קײַן שװיגער
אײַנשטײַן איז אַ מענטש װאָס אַ יעדן אים קענט
האָט אויכעט באַשטימט ניט קײַן שװיגער
אָט נעמט גרויסע מענטשען װאָס זיצן אין ליגאַ
האָט קײנער פֿון זײ האָט ניט קײַן שװיגער
איך װאָלט געקאָנט זײַן אַ באָקסער אַ זיגער
נאָר איך האָב אַ צרה אַ שװיגער.
 
אוי, האָב איך אַ צרה, אַ שװיגער, אַ שװיגער
װאָס שלעפּט זיך מיך נאָך בײַ טאָג און בײַ נאַכט.
די שװיגער, די שװיגער, געװאַלד די שװיגער
װוּ גײ זיך אַ דרײ, זי שטײט און זי לאַכט
די איגן מיט טוש, די ליפּן מיט רוזש,
דאָס פּנים מיט פּודער, די נעגלעך מיט לאַק
טאָמער װער איך נישט פּאָטער
די שװיגער, די צרה,
װעט מיר באַלד אָפּטרעפֿן דער שלאַק.
 
אײַן מאָל אַנטלויפֿן בין איך פֿון דער הײם
איך בין זיך געפֿאָרן קײַן ריגאַ
איך קום אויפֿן באַנהאָף
עס טרעפֿט מיך דעם שלאַק -
עס װאַרט שוין אויף מיר דאָרט די שװיגער
קאַ'בוכאַרעסט האָב איך געפֿאָרן אַמאָל
איך זיץ דאָרט און עס מאַמאַליגאַ
בײַם טישן בײַם צװײטן זיצט זי און לאַכט
איר װײסט שוין, מײַן צרה, מײַן שװיגער.
 
אוי האָב איך אַ צרה, די שװיגער, די שװיגער
װאָס שלעפּט זיך מיך נאָך בײַ טאָג און בײַ נאַכט
די שװיגער, די שװיגער, געװאַלד די שװיגער
װו איך גיב זיך אַ דרײ, זי שטײט און זי לאַכט
איך פּרוװ זי פֿאַרגעסן װען איך ציך זיך בײַם עסן
פּאַסטראַמע און איקרע און זי האָט מיך דערבליק
איך קלאַפּט זיך דעם טישן און ב עט גאָט אים הימל
הלװאַי זיװאָלט װערן דערשטיק
 
טרעפֿן זיך שװײ אידן
זאָגט אײנער צום צװײַטן
"הערט זיך אַרײַן, פֿאַרװאָס ביסטו אַזוי גראָב
פֿאַרװאָס ביסטו אַזוי בײז? זאָגט ער.
ז אָגט ער, "איך האָב זיך געקריגן מיט מײַן װײַב"
און פֿאַר װאָזשע ביסטו געקריגן מיט דײַן װײַב?
מײַן שװיגער האָט געשטאָר.
עבן ר זאָגט "דאָס איז דאָך נישט אַ סיבה צו קריגן זיך מיט װײַב ."
אָגט ער, יאָ, זי האָט געװאָלט די לװיה זאָל דערגײן דורך די גרויסע בולװאַרן
און האָב געזאָגט דורך קלײנע געסעלעך.
פֿרעגט ער, "פֿאַרװאָס?"
"איך האָב נישט געװאָלט אַז אַזוי פֿיל מענטשען װעלן זײַן מיך מקנא."
 
מיט אַן אַװיאָן בין איך אַנטלויפֿן אַמאָל,
איך האָב אַ באַקאַנטן, ער איז אַ פֿליגער,
שוין הויך אין לופֿטן איך גיב זיך אַ קוק,
דאָרט זיצט בײַ דעם פֿליגער די שװיגער.
געזוכט שוין דעם טויט האָב איך אין זשונגל אַרײַן
אַז זאָל מיך צערײַסן אַ טיגער
אזש צען עלפֿאַנטן דערהאַרגעט האָט זי
און געראַטעװעט האָט מיך...מײַן שװיגער.
 
אוי, האָב איך אַ צרה, אַ שװיגער, אַ שװיגער
װאָס שלעפּט זיך מיך נאָך בײַ טאָג און בײַ נאַכט.
די שװיגער, די שװיגער, געװאַלד די שװיגער
װוּ גײ זיך אַ דרײ, זי שטײט און זי לאַכט
די איגן מיט טוש, די ליפּן מיט רוזש,
דאָס פּנים מיט פּודער, די נעגלעך מיט לאַק
טאָמער װער איך נישט פּאָטער
די שװיגער, די צרה,
װעט מיר באַלד אָפּטרעפֿן דער שלאַק
 

 

Translations of "די שװיגער (Di ..."
Dave Cash: Top 3
Comments
Read about music throughout history