Russia is waging a disgraceful war on Ukraine.     Stand With Ukraine!
  • Dave Cash

    ס'פֿאַלן די בלעטער

Share
Font size
Yiddish

ס'פֿאַלן די בלעטער lyrics

אױ, כ'װאָלט געװאָלט אַז איך זאָל דיך דערמאַנען
די טעג װען מיר זענען געװעזן נאָך פֿרײַנט
מיר זענען געגאַנגען שפּאַצירן צוזאַמען
די זון האָט געשײַנט נאָך פֿיל שטערקער װי הײַנט
 
הײַנט פֿאַלן די בלעטער פֿאַרװעלקטע פֿון בױמער
מײַן האַרץ איז אױך פֿאַרװעלקט און סע'װײנט און סע'שרײַט
עס פֿאַלן די בלעטער פֿאַרװעלקטע פֿון בױמער
און איך בין אַלײן נאָר מיטן מײַן ‏טרױעריקײט
 
דער װינט יאָגט די בלעטער מיט זיך מיט
אין דער שװאַרצע פֿאַרגעסענע נאַכט
נאָר דאָס ליד פֿאַרגעסן װעל איך ניט
װאָס דו האָסט פֿאַר מיר אױסגעטראַכט
 
דאָס איז דאָס ליד פֿון דײַנע ליבע
כאָטש איז קײַן ליבע קײן מאָל געװען
איך הער דאָס ליד אין אַלע שטיבער
נאָר דיך אַלײן קען איך ניט זען
אַװעק ביסט דו און מיט דיר דאָס גליק
און אײן אַנדערער ביסט הײַנט מיט דיר
פֿאַר מיר איז דאָך אײביק פֿאַרלױרן
נאָר אײן זאַך איז געבליבן פֿון דיר
 
אַװעק ביסטו און מיט דיר דאָס גליק
און אײן אַנדערער ביסט הײַנט מיט דיר
פֿאַר מיר איז דאָך אײביק פֿאַרלױרן
געבליבן נאָר די מעלאָדי
 

 

Dave Cash: Top 3
Comments
Read about music throughout history