צו אײנס, צװײ דרײַ! (Tsu Eyns, Zvey, Dray!) lyrics
A
A
צו אײנס, צװײ דרײַ!
✕
עס האָט אונדז דאָס לעבן גערופֿן,
דאָס לעבן פֿון זוניקע טעג,
האָט יעדער אין לאַנד אַזױ מונטער געשפּאַנט
און באַזונדער געגאַנגען זײַן װעג.
צו אײנס, צװײ דרײַ,
צו אײנס, צװײ דרײַ,
אױף אַרבעט אין װעג זיך געלאָזט
יעדער טראָט האָט זײַן קלאַנג,
יעדער װעג זײַן געזאַנג,
װען דו װײסט, װוּ דו גײסט און פֿאַרװאָס
איצט איז פֿאַר אונדז פֿאַרװערט טראָטואַרן,
כאָטש אַנדערע גײען דאָרט פֿרײַ,
און מיר, טוט אַ קוק
אױפֿן שטײנערנעם ברוק,
אונטער אײַזערנע קלעפּ פֿון נאַגײַ.
צו אײנס, צװײ דרײַ,
צו אײנס, צװײ דרײַ,
דעם ברוק האָט מען אונדז נאָר געלאָזט
האָט דער טראָט אַזאַ קלאַנג
גאָר אַן אַנדער געזאַנג,
װען דו גײסט און דו װײסט נישט פֿאַרװאָס?
עס האָבן אַלטע און יונגע
דאָס לעבן געבױט און געהאָפֿט,
ביז סע האָט אַזאַ שװערד
אַלץ פֿאַרװיסט פֿון דער ערד
און געפֿירט האָט מען אונדז װי די שאָף.
צו אײנס, צװײ דרײַ,
צו אײנס, צװײ דרײַ,
אַזױ װי די שאָף זיך געלאָזט,
האָט דײַן פֿרױ, און דײַן קינד
און דאָס גאַנצע געזינד
זיך געפֿרעגט װוּהין און פֿאַרװאָס?
נאָר ברודער אַן אַנדערער ריטם
װעט באַלד צו דײַן אױער דערגײן,
און די װאָס פֿאַר שרעק
געװען ערשט פֿאַרשטעקט,
שפּאַנען מיט אונדז
ניט אַלײן.
צו אײנס, צװײ דרײַ,
צו אײנס, צװײ דרײַ,
די געסלעך, דעם טױער פֿאַרלאָזט!
ס'האָט דער טראָט אַזאַ קלאַנג
גאָר אַן אַנדער געזאַנג
װען דו גײסט, און דו װײסט שױן פֿאַרװאָס!
✕
Thanks! ❤ | ![]() | ![]() |
thanked 1 time |
Translations of "צו אײנס, צװײ דרײַ! ..."
Lejb Rosenthal: Top 3
1. | מיר לעבן אייביק (Mir lebn eybik) |
2. | Yisrolik |
3. | צו אײנס, צװײ דרײַ! (Tsu Eyns, Zvey, Dray!) |
Comments
Music Tales
Read about music throughout history
Other versions of the song in different languages https://www.antiwarsongs.org/canzone.php?id=9297&lang=en