Russia is waging a disgraceful war on Ukraine.     Stand With Ukraine!

Yisrolik lyrics

  • Artist: Lejb Rosenthal (לײב ראָזענטאַל, Leyb Rozental) Also performed by: Chayele Rosenthal, Edna Bejarano, Esther Bejarano
  • Translations: English
A A

Yisrolik

נו קויפֿט־זשע פּאַפּיראָסן,
נו קויפֿט־זשע סאַכאַרין!
געוואָרן איז הײַנט סחורה ביליק ווערט:
אַ לעבן פֿאַר אַ גראָשן,
אַ פּרוטה, אַ פֿאַרדינסט ־־־
פֿון געטאָ־הענדלער האָט איר דאָך געהערט.
 
כ'הייס ישׂראליק, כ'בין אַ קינד פֿון געטאָ.
כ'הייס ישׂראליק, אַ הפֿקרדיקער יונג.
כאָטש פֿאַרבליבן גאָלע נעטאָ,
דערלאַנג איך אַלץ נאָך ־־־
אַ סווישטשע און אַ זונג!
 
אַ מאַנטל אָן אַ קראַגן,
תּחתּונים פֿון אַ זאַק,
קאַלאָשן האָב איך ־־־ ס'פֿעלן נאָר די שיך.
און ווער עס וועט נאָר וואַגן
צו לאַכן, אוי, אַ סך ־־־
דעם וועל איך נאָך ווײַזן ווער בין איך!
 
כ'הייס ישׂראליק, כ'בין אַ קינד פֿון געטאָ.
כ'הייס ישׂראליק, אַ הפֿקרדיקער יונג.
כאָטש פֿאַרבליבן גאָלע נעטאָ,
דערלאַנג איך אַלץ נאָך ־־־
אַ סווישטשע און אַ זונג!
 
ניט מיינט מיך האָט געבאָרן
די הפֿקרדיקע גאַס,
בײַ טאַטע־מאַמע אויך געווען אַ קינד.
כ'האָב ביידע אָנגעוואָרן,
ניט מיינט עס איז אַ שפּאַס!
כ'בין געבליבן, ווי אין פֿעלד דער ווינט.
 
כ'הייס ישׂראליק,
נאָר ווען קיינער זעט ניט,
וויש איך שטיל פֿון אויג אַראָפּ אַ טרער.
נאָר פֿון מײַן טרויער
בעסער אַז מען רעדט ניט,
צו וואָס דערמאָנען און מאַכן ס'האַרץ זיך שווער?
 
Thanks!
Submitted by malucamaluca on 2018-09-23
Last edited by malucamaluca on 2022-01-23
Submitter's comments:

version of the song sung by the writer's sister Chayele Rosenthal:

 

Comments
Read about music throughout history