Russia is waging a disgraceful war on Ukraine.     Stand With Ukraine!
Share
Font size
Translation
Swap languages

מאַן קעגן מאַן

גורל האָט געשמייכלט צו מיר
און מיר געמאַכט אַ מתּנה
האָט מיך געוואָרפֿן אויף אַ וואַרעמען שטערן
די הויט אַזוי נאָענט, די אויגן ווײַט
איך נעם מײַן גורל אין די האַנט
מײַן פֿאַרלאַנג איז געליווערט
 
וווּ דאָס פֿרישע וואַסער שטאַרבט
ווײַל עס פֿאַרדאַרבט זיך אין זאַלץ
איך טראָג דעם קליינעם פּרינץ אין זינען
אַ קעניג אָן אַ קעניגין
אויב אַ פֿרוי גייט פֿאַרלוירן מיט מיר
זשע איז די העלע וועלט צעמישט
 
מאַן קעגן מאַן
מײַן הויט געהערט צו די הערן
מאַן קעגן מאַן
מענטשן פֿון די זעלבע מין שטעקן צוזאַמען
מאַן קעגן מאַן
איך בין דער קנעכט פֿון צוויי הערן
מאַן קעגן מאַן
מענטשן פֿון די זעלבע מין שטעקן צוזאַמען
 
איך בין דער עק פֿון אַלע צימערן
איך בין דער שאָטן פֿון אַלע ביימער
מײַן קייט פֿעלט אויס נישט קיין גליד
ווען לוסט ציט פֿון אַהינטער
מײַן געשלעכט רופֿט מיך אַ פֿאַררעטער
איך בין דער קאָשמאַר פֿון אַלע פֿאָטערס
 
מאַן קעגן מאַן
מײַן הויט געהערט צו די הערן
מאַן קעגן מאַן
מענטשן פֿון די זעלבע מין שטעקן צוזאַמען
 
מאַן קעגן מאַן
דאָך עטלעכע טעג פֿרירט מײַן האַרץ
מאַן קעגן מאַן
קאַלטע צונגען וואָס שלאָגן דאָרט
 
האָמאָסעקסואַל!
 
באַלאַנץ אינטערעסירט מיך נישט
זי זון שײַנט מיר אינעם פּנים
דאָך עטלעכע טעג פֿרירט מײַן האַרץ
קאַלטע צונגען וואָס שלאָגן דאָרט
 
האָמאָסעקסואַל!
מאַן קעגן מאַן
 
Original lyrics

Mann gegen Mann

Click to see the original lyrics (German)

Idioms from "Mann gegen Mann"
Comments