Russia is waging a disgraceful war on Ukraine.     Stand With Ukraine!

הענטעלעך (hentelekh)

A A

הענטעלעך

ס'האָט זיך מיט דאָס לעבן הײַנט געעקט,
עך, צו אלדי רוחות אַזאַ לעבן!
ס'האָבן בלױע קינדער אױסגעשטרעקט
הענטעלעך, איך זאָל זײ עפּעס געבן...
 
הענטעלעך געשװאָלענע פֿון קעלט
מיט סיניאַקעס אױף יעדן אײנעם פֿינגער,
װאָלט איך אָפּגעגעבן זײ מײַן גאַנצע װעלט,
װאָלט איך געשענקט אַלײן דאָס זינגען.
 
בעטן אָבער קינדערלעך אױף ברױט,
װאָס־זשע קען אַ דיכטער קינדער געבן,
בלײַבט נאָר אײנס... צוזאַמען מיט דער נױט
ביזן לעצטן טראָפּן בלוט פֿאַר אַ נײַעם לעבן...
 
ס'האָט זיך מיר דאָס לעבן הײַנט געעקט, ־
עך, צו אַלדי רוחות אַזאַ לעבן!
ס'האָט בלױע קינדער אױסגעשטרעקט
הענטעלעך, איך זאָל זײ עפּעס געבן...
 
German

 

Login or register to post translation
Translations of "הענטעלעך"
Comments