Publicidad

Herman Yablokoff - Papirosn / פּאַפּיראָסן

  • Artista: Herman Yablokoff ( הערמאַן יאַבלאָקאָף‎, Герман Яблоков, born Chaim Yablonik, Хаим Яблоник)
  • También interpretado por: The Barry Sisters, Anna Werlikova
  • Traducciones: Alemán, Transliteración
Yidish/Transliteración
A A

Papirosn / פּאַפּיראָסן

אַ קאַלטע נאַכט אַ נעפּלדיקע פֿינצטער אומעטום
שטײט אַ ייִנגעלע פֿאַרטרױערט און קוקט זיך אַרום
פֿון רעגן שיצט אים נאָר אַ וואַנט
אַ קאָשיקל האַלט ער אין האַנט
און זײַנע אױגן בעטן יעדן שטום
איך האָב שױן ניט קײן כּוח מער אַרומצוגײן אין גאַס
הונגעריק און אָפּגעריסן פֿון דעם רעגן נאַס
איך שלעפּ אַרום זיך פֿון באַגינען
קײנער גיט נישט צו פֿאַרדינען
אַלע לאַכן מאַכן פֿון מיר שפּאַס
 
קופּיטיע קױפֿט זשע קױפֿט זשע פּאַפּיראָסן
טרוקענע פֿון רעגן נישט פֿאַרגאָסן
‫קױפֿט זשע ביליק בנאמנות‬
קױפֿט און האָט אױף מיר רחמנות
ראַטעוועט פֿון הונגער מיך אַצינד
קופּיטיע קױפֿט זשע שוועבעלאַך אַנטיקן
דערמיט ווערט איר אַ ‫יתומל דערקוויקן
אומזיסט מײַן שרײַען און מײַן לױפֿן
קײנער וויל בײַ מיר ניט קױפֿן
אױסגײן וועל איך מוזן ווי אַ הונט
 
מײַן טאַטע אין מלחמה האָט פֿאַרלױרן זײַנע הענט
מײַן מאַמע האָט די צרות מער אױסהאַלטן נישט געקענט
יונג אין קבֿר זי געטריבן
בין איך אױף דער וועלט פֿאַרבליבן
אומגליקלעך און עלנט ווי אַ שטײן
ברעקלעך קלײַב איך אױף צום עסן אױף דעם אַלטן מאַרק
אַ האַרטע באַנק איז מײַן געלעגער אין דעם קאַלטן פּאַרק
אין דערצו די פּאָליציאַנטן
שלאָגן מיך מיט שווערן קאַנטן
ס העלפֿט ניט מײַן בעטן מײַן געווײן
 
קופּיטיע קױפֿט זשע קױפֿט זשע פּאַפּיראָסן
טרוקענע פֿון רעגן נישט פֿאַרגאָסן
‫קױפֿט זשע ביליק בנאמנות‬
קױפֿט און האָט אױף מיר רחמנות
ראַטעוועט פֿון הונגער מיך אַצינד
קופּיטיע קױפֿט זשע שוועבעלאַך אַנטיקן
דערמיט ווערט איר אַ ‫יתומל דערקוויקן
אומזיסט מײַן שרײַען און מײַן לױפֿן
קײנער וויל בײַ מיר ניט קױפֿן
אױסגײן וועל איך מוזן ווי אַ הונט
 
איך האָב געהאַט אַ שוועסטערל אַ קינד פֿון דער נאַטור
מיט מיר צוזאַמען זיך געשלעפּט האָט זי אַ גאַנצן יאָר
מיט איר געווען איז מיר פֿיל גרינגער
לײַכטער ווערן פֿלעגט דער הונגער
ווען איך פֿלעג אַ קוק טאָן נאָר אױף איר
מיטאַמאָל געוואָרן איז זי שוואַך און זײער קראַנק
אױף מײַנע הענט איז זי געשטאָרבן אױף אַ גאַסן באַנק
און אַז איך האָב זי פֿאַרלױרן
האָב איך אַלץ אָנגעווױרן
זאָל דער טױט שױן קומען אױך צו מיר
 
קופּיטיע קױפֿט זשע קױפֿט זשע פּאַפּיראָסן
טרוקענע פֿון רעגן נישט פֿאַרגאָסן
‫קױפֿט זשע ביליק בנאמנות‬
קױפֿט און האָט אױף מיר רחמנות
ראַטעוועט פֿון הונגער מיך אַצינד
קופּיטיע קױפֿט זשע שוועבעלאַך אַנטיקן
דערמיט ווערט איר אַ ‫יתומל דערקוויקן
אומזיסט מײַן שרײַען און מײַן לױפֿן
קײנער וויל בײַ מיר ניט קױפֿן
אױסגײן וועל איך מוזן ווי אַ הונט
 
Publicado por malucamaluca el Sáb, 14/12/2019 - 11:43
¡Gracias!1 agradecimiento

 

Publicidad
Vídeo
Las traducciónes de "Papirosn / ..."
Colecciones con "Papirosn / ..."
Comentarios
cpenguincpenguin    Dom, 15/12/2019 - 02:29

Kann es sein, dass sie nicht "keyner vil bay mir nit koyfn", sondern "keyner vil bay mir was koyfn" singt? Ich kann zwar kein Idisch, aber die Zeile im Video hört sich für mich eher danach an. Übrigens, danke für den Text und auch die deutsche Übersetzung. Regular smile

malucamaluca    Dom, 15/12/2019 - 02:31

Ja, so habe ich das auch bei dieser Version gehört, aber das ist meiner Meinung nach eine Ungenauigkeit der Sängerin.