Russia is waging a disgraceful war on Ukraine.     ウクライナとともに立ち上がれ!
共有
フォントサイズ
オリジナル歌詞

יאנקעלעの歌詞

שלאָף זשע מיר שוין‏ יאַנקעלע מייַן שיינער
די אייגעלעך‏ די שוואַרצינקע מאַך צו‏
אַ ייִנגעלע‏ וואָס האָט שוין אַלע ציינדלעך‏
מוז נאָך די מאַמע זינגען אייַ־ליו־ליו?‏
אַ ייִנגעלע‏ וואָס האָט שוין אַלע ציינדלעך‏
מוז נאָך די מאַמע זינגען אייַ־ליו־ליו?‏
 
אַ ייִנגעלע‏ וואָס האָט שוין אַלע ציינדלעך‏
און וועט מיט מזל באַלד אין חדר גיין‏
און לערנען וועט ער חומש און גמרא‏
זאָל וויינען ווען די מאַמע וויגט אים אייַן?
און לערנען וועט ער חומש און גמרא‏
זאָל וויינען ווען די מאַמע וויגט אים אייַן?
 
אַ ייִנגעלע‏ וואָס לערנען וועט גמרא‏
אָט שטייט דער טאַטע‏ קוועלט און הערט זיך צו‏
אַ ייִנגעלע וואָס וואַקסט אַ תּלמיד־חכם‏
לאָזט גאַנצע נעכט דער מאַמען נישט צורו?‏
אַ ייִנגעלע וואָס וואַקסט אַ תּלמיד־חכם‏
לאָזט גאַנצע נעכט דער מאַמען נישט צורו?‏
 
אַ ייִנגעלע וואָס וואַקסט אַ תּלמיד־חכם‏
און אַ געניטער סוחר אויך צוגלייַך‏
אַ ייִנגעלע‏ אַ קלוגער חתן־בחור
זאָל ליגן אַזוי נאַס ווי אין אַ טייַך?‏
אַ ייִנגעלע‏ אַ קלוגער חתן־בחור
זאָל ליגן אַזוי נאַס ווי אין אַ טייַך?‏
 
נו,‏ שלאָף זשע מיר מייַן קלוגער חתן־בחור‏
דערווייַל ליגסטו אין וויגעלע בייַ מיר‏
ס׳וועט קאָסטן נאָך פֿיל מי און מאַמעס טרערן
ביזוואַנען ס׳וועט אַ מענטש אַרויס פֿון דיר‏
ס׳וועט קאָסטן נאָך פֿיל מי און מאַמעס טרערן
ביזוואַנען ס׳וועט אַ מענטש אַרויס פֿון דיר‏
 

 

コメント