Russia is waging a disgraceful war on Ukraine.     Sta achter Oekraïne!
  • David Edelstadt

    אין קאַמף

    Ook uitgevoerd door: Lin Jaldati
Deel
Lettertypegrootte
Originele teksten

אין קאַמף songtekst

מיר ווערן געהאַסט און געטריבן,
מיר ווערן געפּלאָגט און פֿאַרפֿאָלגט.
און אַלץ נאָר דערפֿאַר ווײַל מיר ליבן
דאָס אָרעמע שמאַכטנדע פֿאָלק.
 
מיר ווערן דערשאָסן, געהאַנגען,
מען רױב אונדז דאָס לעבן און רעכט;
דערפֿאַר ווײַל מיר אמת פֿאַרלאַנגען
און פֿרײַהײט פֿאַר אָרעמע קנעכט!
 
אָבער אונדז וועט ניט דערשרעקן,
געפֿענקעניש און טיראַנײַ,
מיר מוזן די מענטשהײט דערוועקן
און מאַכן זי גליקלעך און פֿרײַ.
 
שמידט אונדז אין אײַזערנע קײטן,
ווי בלוטיקע חיות אונדז רײַסט;
איר קענט אונדזער קערפּער נאָר טײטן
נאָר קײן מאָל אונדזער הײליקן גײַסט!
 
טיראַנען! איר קענט אים ניט טײטן,
דאָס איז אַן אומשטערבלעכע בלום,
זײַנע שמעקענדע פֿלאַמענדע קווײטן
בליִען שױן איצט אומעטום!
 
זײ בליִען אין דענקענדיקע מענטשן,
וואָס ליבן גערעכטיקײט, ליכט
אַלײן די נאַטור טוט זײ בענטשן
צום קאַמף, צו די הײליקע פֿליכט.
 
באַפֿרײַען די אָרעמע שקלאַפֿן,
וואָס שמאַכטן אין הונגער און קעלט,
און פֿאַר דער מענטשהײט באַשאַפֿן,
אַ פֿרײַע, אַ ליכטיקע וועלט.
 
װוּ עס זאָל ניט גיסן קײן טרערן,
ניט פֿליסן אומשולדיקעס בלוט,
און מענטשן ווי גלענצענדע שטערן,
שײַנען מיט ליבע און מוט!
 
איר קענט אונדז דערמאָרדן, טיראַנען,
נײַע קעמפֿער וועט ברענגען די צײַט;
און מיר קעמפֿן, מיר קעמפֿן ביזוואַנען,
די גאַנצע וועלט וועט ווערן באַפֿרײַט.
 

 

Gegeven reacties
malucamaluca
   Di, 24/11/2020 - 19:47

Too bad the video doesn't play here on LT.
Maybe change it for another one and add this version in submitter's comment?

ZKPY_47ZKPY_47
   Di, 24/11/2020 - 20:37

I can't find a video that sings exactly the same lyrics. I found one that sings only the first 3 couplets of this. Should I add that one and move the current version to submitter's comment? There are also other versions of this song, but they have different lyrics.
(At the time when I had added the video, it didn't have the restriction of not playing on LT. Thanks for notifying me of this.)

malucamaluca
   Di, 24/11/2020 - 21:40

That would be a solution. I would probably do it this way.

ZKPY_47ZKPY_47
   Di, 24/11/2020 - 22:03

Done. Switched the video.

malucamaluca
   Zon, 02/01/2022 - 16:31

Lyrics updated (three stanzas had been missing).