Russia is waging a disgraceful war on Ukraine.     Sta achter Oekraïne!
Deel
Lettertypegrootte
Originele teksten

אָט אַזױ נײט אַ שנײַדער songtekst

אָט אַזױ נײט אַ שנײַדער,
אָט אַזױ נײט ער דאָך.
אָט אַזױ נײט אַ שנײַדער,
אָט אַזױ נײט ער דאָך.
 
ער נײט און נײט אַ גאַנצע װאָך,
פֿאַרדינט אַ גילדן מיט אַ לאָך.
ער נײט און נײט אַ גאַנצע װאָך,
פֿאַרדינט אַ גילדן מיט אַ לאָך.
 
אָט אַזױ נײט אַ שנײַדער,
אָט אַזױ נײט ער דאָך.
אָט אַזױ נײט אַ שנײַדער,
אָט אַזױ נײט ער דאָך.
 
אַ שנײַדער נײט און נײט און נײט,
און האָט קדחת ניט קײן ברױט.
אַ שנײַדער נײט און נײט און נײט,
און האָט קדחת ניט קײן ברױט.
 
אָט אַזױ נײט אַ שנײַדער,
אָט אַזױ נײט ער דאָך.
אָט אַזױ נײט אַ שנײַדער,
אָט אַזױ נײט ער דאָך.
 
פֿאַר אַ יאָרן ניט הײַנט געדאַכט,
האָבן מיר געהאָרעװעט פֿון אַכט ביס אַכט.
פֿאַר אַ יאָרן ניט הײַנט געדאַכט,
האָבן מיר געהאָרעװעט פֿון אַכט ביס אַכט.
 
אָט אַזױ נײט אַ שנײַדער,
אָט אַזױ נײט ער דאָך.
אָט אַזױ נײט אַ שנײַדער,
אָט אַזױ נײט ער דאָך.
 
אָבער די שטרוקזיע האָט אָנגעמאַכט,
מיר אַרבעטן שױן מער ניט פֿון אַכט ביס אַכט.
אָבער די שטרוקזיע האָט אָנגעמאַכט,
מיר אַרבעטן שױן מער ניט פֿון אַכט ביס אַכט.
 
אַ ניגון
 
אָט אַזױ נײט אַ שנײַדער,
אָט אַזױ נײט ער דאָך.
אָט אַזױ נײט אַ שנײַדער,
אָט אַזױ נײט ער דאָך.
 
דײַ דײַ דײַ דײַ….
 
אָט אַזױ! ‏
 

 

Vertalingen van "אָט אַזױ נײט אַ שנײַדער ..."
Preßburger Klezmer Band: Top 3
Collecties met "אָט אַזױ נײט אַ שנײַדער"
Gegeven reacties