A Rússia está travando uma guerra desgraçada contra a Ucrânia.     Ajude a Ucrânia!
  • Yankele Hershkovits

    דרײַ זעק מעל (ס'איז קײַדאַנקעס קײטן)

    Artista(s) convidado(s): Brave Old World
Compartilhar
Tamanho da fonte
Letras originais

Letras de דרײַ זעק מעל (ס'איז קײַדאַנקעס קײטן)

אױ איז אונדזער לעבן הײַנט
פֿאַרביטערט זײער, געל.
פֿראַנשיקאַנער גאַס אַרױסגעגנבֿעט
דרײַ זעק מעל.
ס'כאַפּט כאָלערע,
אַן אַפֿערע,
אַלע אַרעסטירט.
דרײַ זעק מעל
האָט מען מיט די עגלה אַרױסגעפֿירט.
 
[רעפֿרײן:]
ס'איז קײַדאַנקעס קײטן,
ס'איז גוטע צײַטן,
קײנער װעט זיך דאָ נישט שעמען
אַלע װילן הײַנט נאָר נעמען
אַבי צו זײַן דאָ זאַט.
 
נעכטן אַ לװיה
געװעזן אַ געשרײ,
מיט עגלה גנבֿים זיך
געגעבן אַ גוטן דרײ.
מענטשן מתים זענען
פֿאַר שרעק געװאָרן געל
ס'איז קײן מתים גאָר געװעזן
נאָר דרײַ זעק מעל.
 
‏[רעפֿרײן]
 
ס'גנבֿעט משה, ס'גנבֿעט חיים ,
ס'גנבֿעט אױך ניסל,
מיט ידיים נעמט מען שיריים
פֿון די קהלס שיסל.
אַפֿילו פּעסל פֿון דעם קעסל
נעמט אױך אַראָפּ.
יעדן טאָג גיסט מען װאַסער-
דאָס איז אונדזער זופּ.
 
‏[רעפֿרײן]
 
ס'איז שױן באַלד שבֿועות
קאָלעראַװע גרין,
אַנשטאָט קײן װישניאַװע גערע
פֿאָרט מען קײן מאַרישין.
װי איך הײס, װילט איר װיסן?
יעקבֿ איז מײַן נאָמען.
אין קבֿר אַרײַן װעט מען אונדז זאָגן
 
‏[רעפֿרײן]
 
[רומקאָוסקי זאָגט]
היט אײַך פֿיל גנבֿים
איך װעל אײַך אַרעסטירן!
איך װעל די גאַנצע געטאָ
אױף אײגענע הענט פֿירן
אין אױך אַ בריװ קאָאָפּעראַטיװ
אַלע זײַנען בלאַט
ס'איז פֿיל מתים פֿיל תּעניתים
װער איז הײַנט דאָ זאַט
 
‏[רעפֿרײן]
 
אַז עס איז שױן נאָך דער מלחמה.
 

 

Traduções de "דרײַ זעק מעל (ס'איז ..."
Yankele Hershkovits: 3 mais populares
Comentários