Publicitate

צי דאַרף עס אַזױ זײַן? (Tsi Darf es Azoy Zayn?) (Transliteraţie)

צי דאַרף עס אַזױ זײַן?

די זעלבע גאַסן און טראַמװײַען
נומערן 11 און 4,
די זעלבע ייׅנגלעך לױפֿן, שרײַען:
"אַ צײַטונג קױפֿט זשע, קױפֿט בײַ מיר."
דער זעלבער הימל, נאָר ניט ענלעך -
דער מענטש װאָס אונטער אים,
עס שײַנט די זון אַלץ ןיט פֿאַרשטענדלעך,
איך הער עס פֿרעגט אין טיר אַ שטים:
 
צי דאַרף עס אַזױ זײַן?
צי מוז עס אַזױ זײַן?
אַז פֿאַר אײנעם איז גליק באַשערט -
און פֿאַר דעם צװײטן איז אַלץ פֿאַרװערט.
װער האָט עס אײַנגעשטעלט
אַזױ זאָל זײַן די ױעלט?
עס פֿרעגט און װעקט דאָס האַרץ מײַנס:
צי דאַרף עס אַזױ זײַן?
צי דאַרף עס אַזױ זײַן?
 
פֿאַר זם די סקװערן און בולװאַרן,
פֿאַר מיר אַזאַ קװאַרטאַל.
פֿאַר װאַס זאָל יענסר מיך אַלץ נאַרן?
פֿאַר װאָס פֿאַר מיר אַ טרערנ־קװאַל?
פֿאַר װאָס דער אופֿשריפֿט אױפֿן ברעטל:
“פֿאַרװערט איז װײַטער גײן"?
פֿאַר װאָס פֿאַר זײ מײַן הײם, מײַן בעטל -
און מײַן געלעגער האַרט װי שטײן?
 
צי דאַרף עס אַזױ זײַן?
צי מוז עס אַזױ זײַן?
אַז פֿאַר אײנעם איז גליק באַשערט -
און פֿאַר דעם צװײטן איז אַלץ פֿאַרװערט.
װער האָט עס אײַנגעשטעלט
אַזױ זאָל זײַן די ױעלט?
עס פֿרעגט און װעקט דאָס האַרץ מײַנס:
צי דאַרף עס אַזױ זײַן?
צי דאַרף עס אַזױ זײַן?
 
Postat de malucamaluca la Duminică, 25/07/2021 - 18:24
Ultima oară editat de malucamaluca în data Joi, 05/08/2021 - 04:38
Transliteraţie
Aliniază paragrafe

Tsi darf es azoy zayn?

Di zelbe gasn un tramvayen
Numern 11 un 4,
Di zelbe yinglekh loyfn, shrayen:
"A tsaytung koyft zhe, koyft bay mir."
Der zelber himl, nor nit enlekh--
Der mentsh vos unter im,
Es shaynt di zun alts nit farshtendlekh,
Ikh her es fregt in mir a shtim:
 
Tsi darf es azoy zayn?
Tsi muz es azoy zayn?
Az far eynem iz glik bashert--
Un far dem tsveytn iz alts farvert.
Ver hot es ayngeshtelt,
Azoy zol zayn di velt?
Es fregt un vekt dos harts mayns:
Tsi darf es azoy zayn?
Tsi darf es azoy zayn?
 
Far zey di skvern un bulvarn,
Far mir aza kvartal.
Far vos zol yener mikh alts narn?
Far vos far mir a trern-kval?
Far vos der ufshrift afn bretl:
"Farvert iz vayter geyn"?
Far vos far zey mayn heym, mayn betl --
Un mayn geleger hart vi shteyn?
 
Tsi darf es azoy zayn?
Tsi muz es azoy zayn?
Az far eynem iz glik bashert--
Un far dem tsveytn iz alts farvert.
Ver hot es ayngeshtelt,
Azoy zol zayn di velt?
Es fregt un vekt dos harts mayns:
Tsi darf es azoy zayn?
Tsi darf es azoy zayn?
 
Mulțumesc!
Postat de malucamaluca la Joi, 05/08/2021 - 04:35
Comentarii
Read about music throughout history