✕
Запрошена проверка
Оригинальный текст
2 перевода
текст песни טרעבלינקע
אין אַ קלײן שטעטל גאַנץ פֿרי נאָך פֿאַרטאָג,
מען הערט אַ גערױש, אַ געיאָמער, אַ קלאָג,
מענטשן האַלב־נאַקעט, די שרעק איז דאָך גרױס,
"זשידעס - שרײַט מען - פֿון דער שטוב אַרױס!
זשאַנדאַרמען, פּאָליצײ, אוקרײַנער פֿיל,
צו מאָרדן די ייִדן דאָס איז זײער ציל.
מען שלאָגט און מען שיסט, ס'איז אַ מורא, אַ שרעק,
מען פֿירט די ייִדן צו דער באַן אַװעק.
באַשרײַבן קען עס ניט קײן פֿעדער,
װי עס דרײען זיך די רעדער,
די װאַגאָנעס זײַנען פֿול,
דאָרט פֿירט מען ייִדן אױף קידוש־השם -
קײן טרעבלינקע, קײן טרעבלינקע.
און אונדזערע ברידער פֿון יענער זײַט ים,
זײ קענען ניט פֿילן דעם ביטערן טעם,
זײ קענען ניט הערן די ביטערע נױט,
אַז יעדע שעה דערװאַרטן מיר דעם טױט.
די מלחמה װעט אױך אַמאָל נעמען אַן עק,
די װעלט װעט דערפֿאַרן אַ גרױזאַמע שרעק,
אָנגעפֿילט מיט װײטאָג דאָס ייִדישע האַרץ,
װער װעט קענען פֿילן אונדזער שמערץ?
טײַכן טרערן װעלן רינען
אַז מען װעט אַמאָל געפֿינען
דעם גרעסטן קבֿר אױף דער װעלט,-
דאָרט רוען מיליאָנען ייִדן אױף קידוש־השם -
אין טרעבלינקע, אין טרעבלינקע.
טרעבלינקע, דאָרט איז פֿאַר יעדן ייִד אַן אָרט,
ער קומט און בלײַבט שױן דאָרט,
ער קומט שױן ניט װידער, דאָס האַרץ טוט װײ,
װען מען טוט זיך דערמאָנען,
אַז מען טוט אונדזערע ברידער און שװעסטער פֿאַרסאַמען
אין טרעבלינקע, אין טרעבלינקע.
די ייִדישע פּאָליצײ, זײ האָבן אונדז געהײסן װאָס שנעלער גײן:
איר װעט נישט לײַדן דאָרט קײן נױט.
איר באַקומט דרײַ קילאָ ברױט.
דאָס האַרץ טוט װײ, װי דאָס קינד שרײַט צו דער מאַמען:
װי לאָזסטו מיך איבער? פֿאַרװאָס נישט בײדע צוזאַמען
אין טרעבלינקע, אין טרעבלינקע.
Unknown Artist (Yiddish): Топ 3
1. | אַרױס איז אין װילנע אַ נײַער באַפֿעל (Aroys iz in Vilne a nayer bafel) |
2. | לאָמיר אַלע אין אײנעם (Lomir Ale Ineynem) |
3. | Киевер трамвай (Kiyever tramvay) |
Коллекции с "טרעבלינקע"
1. | Stimmen aus Lagern, Ghettos und Widerstand |
Комментарии
- Войдите или зарегистрируйтесь, чтобы получить возможность отправлять комментарии
Россия ведет позорную войну с Украиной. Поддержи Украину!