קאַלט װאַסער (Kalt vaser)

Share
Font Size
Asli

קאַלט װאַסער

זעצט און גיסט קאַלט װאַסער, קאַלט װאַסער, קאַלט װאַסער
זעצט און גיסט קאַלט װאַסער, קאַלט װאַסער גיסט און זעצט
 
איך האָב אַ חבֿר יאַשע, ער האָט אַ כּלה אױך.
הײסן הײסט זי מאַשע אַ געזונט איר נאָר אין בױך.
ברענט די ליבע, מען האָט אים געשטעלט אַ חופּה באַלד,
און נאָך דער חופּה זאָג איך אים, װאָס שטײסט דו װי אַ יאָלד?
אױ!
 
זעצט און גיסט קאַלט װאַסער, קאַלט װאַסער, קאַלט װאַסער
זעצט און גיסט קאַלט װאַסער, קאַלט װאַסער גיסט און זעצט
 
דאָקטער, קלאָגט זיך יאַשע, מײַן װײַב װיל ניט פֿאַרגײן
איך האָב געלערנט רש″י, ס'האָט ניט געהאָלפֿן, נײן.
תּהילים אױך געזאָגט האָב איך,
ס'איז קײן הילף פֿאַראַן.
זאָגט דער דאָקטער: איר פֿאָלגט מיר,
ס'איז נאָר דאָ אײן פּלאַן:
אױ!
 
זעצט און גיסט קאַלט װאַסער, קאַלט װאַסער, קאַלט װאַסער
זעצט און גיסט קאַלט װאַסער, קאַלט װאַסער גיסט און זעצט
 
אײַ, ס'אַ מחיה!
 
צװײ אַלטיטשקע ביטשפֿונעס, ער נײַנציק, אַכציק זי
נעקסט־דאָ בײַ קאָני־מוניס און זײ הערן זיך צו
איך בין מקנא זײ, שרײַט ער, זײ לעבן, ס'גײט אַ רױך
זאָגט אים די אַלטע: קום אַהער, און טאָ דאָס זעלבע אױך.
אױ!
 
זעצט און גיסט קאַלט װאַסער, קאַלט װאַסער, קאַלט װאַסער
זעצט און גיסט קאַלט װאַסער, קאַלט װאַסער גיסט און זעצט
 
אױ, ס'איז אַ מחיה!
 
יענטע, סאָסל־טוצל, בערל, שמערל טו
און איך, שניצל־פּוצל און די װאָס זיצן דאָ
נעמט זיך אַלע אָן מיט כּוח, זינג מיט אָל יאָ מײַט
לאָזט מיר הערן אין דער הױך, צוזאַמען מיט מיר שרײַט:
אױ!
 
Just a second, just a second!
Come on all together
Boyers and meydlekh
Menner un vayber
Babes un zeydes
Keep yourselves in makhnes
 
װער פֿון אײַך ס'װעט קענען זעצן דאָס בעסטע
װעט באַקומען אַ פּרײַז - אַ טשעק פֿאַר פֿופֿציק דאָלאַר
אָדער מײַן שװיגער'ס סי־אָ־די
Let’s go -
Oy!
 
זעצט און גיסט קאַלט װאַסער, קאַלט װאַסער, קאַלט װאַסער
זעצט און גיסט קאַלט װאַסער, קאַלט װאַסער גיסט און זעצט
 
יױלי...
 
קאַלט װאַסער גיסט און זעצט
 
Terjemahan
 
Login or register to post translation
Komentar