• The Barry Sisters

    וווּ איז דאָס געסעלע • 1 translation

    Also performed by: Jan Peerce
Share
Font Size
Original lyrics
1 translation

וווּ איז דאָס געסעלע lyrics

וווּ איז דאָס געסעלע
וווּ איז די שטוב
וווּ איז דאָס ייִנגעלע
וועמען כ'האָב ליב
 
דאָ איז דאָס געסעלע
דאָ איז די שטוב
דאָ איז דאָס ייִנגעלע
וועמען כ'האָב ליב
 
וווּ איז דאָס טײַכעלע
וווּ איז די מיל
וווּ איז דאָס דערפֿעלע
וווּ איז די שיל
 
אָט איז דאָס טײַכעלע
אָט איז די מיל
אָט איז דאָס דערפֿעלע
אָט איז די שיל
 
אַרײַן אין דעם שטיבעלע
מײַן ווייטיק איז גרויס
אַלץ איז געבליבן
אַ חלום נאָר בלויז
 
נישטאָ מער דאָס געסעלע
נישטאָ מער די שטוב
נישטאָ מער דאָס ייִנגעלע
וועמען כ'האָב ליב
 

 

Translations of "וווּ איז דאָס געסעלע..."
Comments