Itzik Manger

עפּיטאַף - Εβραικά μετάφραση

Πρωτότυποι στίχοι
Μετάφραση

עפּיטאַף

דאָ ליגט די טרױעריקע מידע נאַכטיגאַל
צום ערשטן מאָל אין אַן אײגן בעט.
דער שנײַדער־געזעלן בראָדיאַגע און פּאָעט,
דער אױף תּמיד פֿאַרשטומטער לידער־קװאַל.
 
רײַסט נישט די קראָפּעװע פֿון דעם קבֿר אױס,
און שאַרט נישט װינטער־צײַט אַװעק דעם שנײ
דעם שלאָפֿער אונטן טוט מער גאָרנישט װײ,
ער לעבט בשלום מיטן װאָרעם און דער מױז.
 
װאַרפֿט נישט קײן בלומען אױף דעם בערגל ערד,
פֿאַרריכט נישט װאָס דער שטורעם־װינט צעשטערט,
פֿאַרטרײַבט נישט די סאָװע פֿון מצבֿה־שטײן.
 
לאָזט זשומען אַרום אים דאָס פֿלאַטערל, די בין, די פֿליג,
לאָזט פּאַשען נישט געשטערט דעם קברן'ס ציג,
און אים אַלײן, לאָזט אים זײַן אַלײן

אפיטף

פה נח עצוב עיף זה הזמיר
סוף-סוף במטתו שלו כעת.
שוליה של חיטים, נוד, פואט,
והשתתק לעד מעין השיר.
 
אל תעקרו מעל קברו קוצי-הבר,
בחרף אל תסירו את שלגיו.
כי לישן מתחת לא יכאב,
הוא חי בנחת עם תולעת ועכבר.
 
אל תפזרו פרחים על עפרו,
אל תתקנו מה שהרסו הסערות,
את הינשוף אל תגרשו ממצבה.
 
תנו לזמזם סביבו לזבוב ולדבורה,
תנו שתרעה עליו עזו של הקברן
ולו עצמו - הניחו לו להיות לבד.
Μπορείς να ευχαριστήσεις τον συγγραφέα πατώντας αυτό το κουμπί
expand collapse Λεπτομέρειες μετάφρασης
蟻食 蟻食
υποβλήθηκε στις 18 Νοε 2023 - 19:24
Σχόλια συντάκτη:

מתוך "האור והזהב", הוצאת קשב לשירה, תירגם מיידיש נתן יונתן

Πηγή μετάφρασης: