• The Barry Sisters

    רומעניע

Делиться
Субтитры
Font Size
Идиш
Идиш
‏אײַ, רומעניע, רומעניע, רומעניע...
געװען אַ מאָל אַ לאַנד אַ זיסע, אַ שײנע
אײַ, רומעניע, רומעניע, רומעניע...
געװען אַ מאָל אַ לאַנד אַ זיסע אַ פֿײַנע
 
דאָרט צו װױנען איז אַ פֿאַרגעניגן
װאָס דאָס האַרץ גלוסט - דאָרט קענסטו קריגן
אַ מאַמעליגעלע1, אַ פּאַסטראַמעלע2, אַ קאַרנאַצעלע3
און אַ גלעזעלע װײַן
 
אין רומעניע איז דאָך גוט
פֿון קײן דאגות װײסט מען ניט
װײַן טרינקט מען איבעראַל
מען פֿאַרבײַסט מיט קאַשקאַװאַל4
 
הײ, דיגאַ־דיגי דאַם...
 
אין רומעניע איז דאָך גוט
פֿון קײן זאָרגן װײסט מען ניט
נאָר מע זינגט און נאָר מע רעדט
מען פֿאַרבײַסט אַ קאַסטראַװעט5
 
הײ, דיגאַ־דיגי דאַם...
 
אױ געװאַלד, איך װער משוגע
איך ליב נאָר ברינדזע, מאַמעליגע
איך טאַנץ און פֿרײ זיך ביז דער סטעליע
װען איך עס אַ פּאַטלעזשעלע6
 
צי מאַ!7 הײ טירלי־טעם
צי מאַ! הײ טירלי־טעם
צי מאַ! הײ טירלי־טעם
צי מאַ! הײ טירלי־טעם
 
אױ, ס'איז אַ מחיה,
בעסער קען ניט זײַן
אױ, אַ פֿאַרגעניגן
איז רומעניש װײַן
 
די רומענער טרינקען װײַן
און עסן מאַמעליגע
און װער עס קושט זײַן אײגן װײַב
אױ, יענער איז משוגע
 
צי מאַ! הײ טירלי־טעם
צי מאַ! הײ טירלי־טעם
צי מאַ! הײ טירלי־טעם
צי מאַ! הײ טירלי־טעם
 
אױ, ס'איז אַ מחיה,
בעסער קען ניט זײַן
אױ, אַ פֿאַרגעניגן
איז רומעניש װײַן
 
יְקוּם פּוּרְקָן מִן שְׁמַיָּא
שטײט און קושט די קעכנע חיה
אָנגעטאָן אין אַלטע שקראַבעס
מאַכט אַ קוגל לכּבֿוד שבת
 
זעץ! הײ טירלי־טעם
זעץ! הײ טירלי־טעם
זעץ! הײ טירלי־טעם
זעץ! הײ טירלי־טעם
 
אױ, ס'איז אַ מחיה,
בעסער קען ניט זײַן
אױ, אַ פֿאַרגעניגן
איז רומעניש װײַן
 
גוט צו קושן איז אַ מױד
װען זי איז נאָר זעכצן
װען מען קושט אַן אַלטן מױד
הײבט זי אָן צו קרעכצן
 
זעץ! הײ טירלי־טעם
זעץ! הײ טירלי־טעם
זעץ! הײ טירלי־טעם
זעץ! הײ טירלי־טעם
 
אױ, ס'איז אַ מחיה,
בעסער קען ניט זײַן
אױ, אַ פֿאַרגעניגן
איז רומעניש װײַן
 
אײַ, רומעניע, רומעניע, רומעניע...
 
רומעניע!!!
 
  • 1. mămăligile
  • 2. pastramă
  • 3. cârnați
  • 4. cașcaval
  • 5. castravete
  • 6. pătlăgele
  • 7. Zi-i, mă!

 

Play video with subtitles
Play video with subtitles
Комментарии