• Non/Disney Fandubs

    לאָז אַרױס [Let It Go] • Let It Go

    Featuring artist: Temma Schaechter
  • 2 translations
Favorites
Share
Font Size
Original lyrics

לאָז אַרױס [Let It Go] lyrics

דער שנײ גלאַנצט װײַס אױפֿן באַרג הײַנט בײַ נאַכט
נישט קײן שפּור קען מען זען
אַן אײנזאַמע מלוכה
און איך בין די קעניגין.
 
דער װינט ער שרײַט פּונקט װי דער שטורעם טיף אין מיר
זיך צו קאָנטראָלירן, האָב איך שױן פּרובירט!
זײ זאָלן נישט װיסן װאָס דו ביסט
זײַ אַ גוטע מיידל, פֿאַרגעס דאָס נישט
באַהאַלט זיך, פֿיל נישט, היט אָפּ דעם סוד
דערזען זײ יאָ!
 
לאָז אַרױס, לאָז אַרױס
דער כּישוף איז שױן צו גרױס
לאָז אַרױס, לאָז אַרױס
דאָס שײנע מײדל איז אױס
ס’מאַכט נישט אױס
װאָס זײ טראַכטן פֿון מיר
װײַטער בלאָזט דער װינט
די קעלט און דער שנײ זײַנען טײל פֿון מיר!
 
טשיקאַװע, װאָס פֿון דער װײַטנס
זעט אַלץ מיר אויס גאַנץ קליין
און די שרעקן פֿון אַ מאָל
באַהערשן מיך נישט מער!
 
ס׳איז צײַט צו זען װאָס איך קען טאָן
די גרענעצן אַדורכצוגיין
פֿאַרגאַנגענהייט איז שוין פֿאַרבײַ, כ׳בין פֿרײַ!
 
לאָז אַרויס, לאָז אַרויס
איך בין הימל, אײַז, און װינט!
לאָז אַרויס, לאָז אַרויס
זייער שטאַרק איז מײַן געמיט!
איך בין דאָ!
און איך בלײַב דאָ!
װײַטער בלאָזט דער װינט!
 
מײַן כּוח פֿליט פֿון מײַן נשמה צו דער ערד!
פֿון מיר קריסטאַלענע בריליאַנטן פֿינקלען, אומעטום!
און מיר איז אײַנגעפֿאַלן אײן זאַך אינעם פֿראָסט׃
איך גיי נישט מער צוריק!
דאָס איז פֿאַרגאַנגענהייט!
 
איך בין פֿרײַ, ענדלעך פֿרײַ
װי געבוירן אויף דאָס נײַ!
איך בין פֿרײַ, ענדלעך פֿרײַ
דער עבֿר איז פֿאַרבײַ
 
אָט בין איך
אין דער שחרית־ליכט
װײַטער בלאָזט דער װינט
די קעלט און דער שנײ זײַנען טײל פֿון מיר!
 

 

Comments
Don JuanDon Juan
   Sun, 17/03/2024 - 13:51

This looks like a fandub to me. Can it be moved into Disney Fandubs?

蟻食蟻食
   Sun, 17/03/2024 - 13:54

Yes sure. If it is not there yet. I did not realize we had a separate one for those...

蟻食蟻食
   Sun, 17/03/2024 - 13:56

It is there, just found it. So just delete, please